David Bergelson

יורדים

David Bergelson

יורדים

Add to my favorites Remove from my favorites

1

אַז צבֿיהן, דער קלענערער און בײזער פֿון די צווײ פֿאַרזעסענע שוועסטער פֿוזיס, עסט זיך אײַן דאָס אַלטע אָפּגעקומענע לעבן, הערט זי אויף צו עסן, צו טרינקען און צו וואשן דאָס פּנים. עטלעכע טעג כּסדר דרײט זי זיך אַרום אין אונטערשטן קלײדל מיט אַ וולוטשקן שאַלכל אויפֿן צעשויבערטן קאָפּ, און רוימט אין אַלע חדרים און איבערהויפּט אין דער גרויסער פּוסטער זאַל, ווישט שמײַדיק דעם שטויב פֿון די ווענט, פֿונעם באַלקן און פֿון יעדן פֿאַרגעלטן בלאַט, וואָס אויף די אלטע הויכע פֿיקוסן, זי אָטעמט דערבײַ שווער דורך דער נאָז, ענטפֿערט נישט אויף קײנעמס ווערטער און ווערט שטאַרק אין כּעס, אַלמאַי מ’רופֿט זי אין עסצימער אַרײַן עסן.

אקעגן אַ פּאַר מעת-לעת פֿאַסט זי אַזוי אָפּ אָן אַ ביסן אין מויל, אָן אַ וואַרעם גלעזל טײ אַפֿילו, נאָר סוף-כּל סוף וואַלגערט זי זיך אײַן אין בעט אַרײַן, ס’שטײט די גאַנצע צײַט בײַ איר אין צימער נישט צוגעקליבן, און שיסט אויס מיט אַ האַרצרײַסנדיקען געוויין. דאָס געווײן אז א יִיאושדיקס, אַ יאָמערדיקס און קאָן זיך אַוועקציען אַ טאָג און צווײ.

“רבונו-של-עולם, כליפּעט זי שווער אַרויס, מ’פֿוילט דאָך דאָ אין שטוב אָן תּכריכים… לעבעדיקערהײט האַלט מען דאָ אין אײן פֿוילן…”

און די דאָזיקע ווערטער אירע רירן שטאַרק אָן די עלטערע שוועסטער, רחלען, אַ קלײן וווּקסיק פֿיר-און-דרײַסיק-יאָריק מײדל מיט קלײנע ווײַבערישע וואָנצעלעך. זי געפֿינט זיך די גאַנצע צײַט דאָ אין צימער לעבן צבֿיהן און היט זי. זי שטייט מיטן פּנים צום פֿענצטער און קוקט, ווי די שכנה די באַנדערקע באַווײַזט זיך אין הויף מיט אַ פֿאַרקאַטשעט קלײדל און מיט אַ פֿולן הויך אויפֿגעהויבענעם צעבער לעבן פֿאַרריסענעם טראָגעדיקן בויך, דער באָנדערקע פּלאָנטערט זיך אַ קלײן פֿאַרמורזשעט מײדעלע צווישן די פֿיס; זי האַלט עס אין אײן שעלטן. רחל קוקט דורכן געשלאָסענעם פֿענצטער, ווי בײַ דער באָנדערקע שאָקלען זיך אָן אויפֿהער די גראָבע געדראָלענע ליפּן, און קײן קול הערט זי נישט. בײַ רחלען אַלײן שטײן אויך טרערן אין די אויגן, קוקנדיק אין פֿענצטער, בײַסט זי אַ קנעכל פֿון אַ פֿינגער און האַלט אין אײן טראַכטן וועגן צבֿיהן:

“רבונו-של-עולם, וואָס וויל זי פֿון מײַן לעבן האַבן, צבֿיה?”

און נאָך:

“צבֿיה, דו ווײסט, וואָס דו טוסט איצט?… צבֿיה…”

נישט זי טראַכט אָט די ווערטער, נאָר זי געדענקט זײ.

טרעפֿן טרעפֿט זיך עס מערנסטנטייל נאָך שבֿועות, צו תּמוז צו, ווען אין אַלטן אָפּגעקומענעם הויז הײבן אָן באַנײַס אַ קאָן צו שוויצן די גראָבע געמויערטע ווענט, וואָס שטײען אַן אַרשין אין דער ערד. זײערע ציגל לאָזן אַרויס פֿלעקן פֿון אויבן אויפֿן ווײַסן קאַלך און פֿאַרשפּרײטן אַרום זיך אַ פֿאַרדומפּענעם גערוך, אַ זיסלעכן און ברויזנדיקן, ווי דער ריח פֿון דער זודיקער גוראַלניע, אין וועלכער זײ זענען אַ מאָל אײַנגעמויערט געווען. אין אַלע צימערן איז דעמאָלט פֿון בײַטאָג שטיל און קיל. און נאָר אין עסצימער אויף דער קאַנאַפּע ליגט אנגעלײגט דער אַלטער פֿוזיס, דער טאַטע פֿונעם הויז. ער איז אַ בלינדער. ער פּינטלט מיט די בלינדע אויגן, וואָס באַשטייען פֿון גאָרע ווײַסלעכער, הערט זיך אײַן אינעם געווין, וואָס ציט זיך פֿון צבֿיהס צימער, און וויל וויסן:

“וואָס ווײנט זי דאָרטן, צבֿיה?”

פֿון גרויס לאַנגווײַליקײט קראַצט ער זיך אין גרויען קאָפּ און אין דער באַרד, גענעצט מיט גרויסע אויסגעצויגענע גענעצן און שעפּטשעט דערבײַ מיט אַ צעצויגן מויל און מיט אַ שטאַרק געלעגערטער צונג:

“אַך טי, רבונו-של-עולם!… גאָטעניו… טאַטעניו…”

ער וואַרט:

יקותיאל דער אײַנבינדער, דער צעפֿלאָכטענער שמש פֿון דער סאַדעגערער קלויז, וועט זיך שפּעטער אַביסל אַרײַנכאפן אַ קוק טאָן, צי ס’איז נישטאָ אַ גלאָז טײ, וועט ער אים אַביסל פֿאַרהאַלטן און וועט אים דערצײלן, אַז זײ זענען שלעק, די מײדלעך זײַנע.

“גרויסע שלעק…”

ער וועט מיט אים בכלל פֿאַרפֿירן אַ שמועס וועגן דער שטאַט, וועגן לײַטן און וועגן זיך, קלמן פֿוזיס, אַלײן, וועגן זײַנע אַמאָליקע געשעפֿטן: אײן מאָל האָט ער געקויפֿט פֿאַר אַ שיבוש אַ וואַלד, די זאַוואַלינע, האָט מען אים גערופֿן; געדענקט ער עס ווי הײַנט:

“האָט מען זי געהאַקט, די זאַוואַלינע, געהאַקט און געהאַקט אפֿשר צוועלף יאָר נאָכנאַנאַד, און דער בײַטל איז געווען פֿול, יקותיאל וויסט דאָך, אַז אַ מאָל איז ער, קלמן פֿוזיס, געווען דער קלוגער… נאָר נאָך דעם, אַז דאָס רעדל האָט זיך איבערגעדרייט, איז די קלוגע געוואָרן זי, לֵאָה לשלום, דאָס ווײַב זײַנס, ווײַל זי האָט געהאַט רײַכנע קרובֿים. איצט האַלטן אים, קלמנען, די קינדער זײַנע פֿאַר אַ נאַר”.

“פּכע! וואָס וועט דערויף זאָגן יקותיאל?”

נאָר יקותיאל איז אַ קלוגיטשקער, אַ ווערטלזאגער און אַ שווײַגער. ער האָט אַ היפּשע פֿלאַקסענע באָרד מיט אויך אַזעלכע היפּשע פֿלאַקסענע ברעמען, און אַז ער קומט אַרײַן, קוקט ער פֿון ווײַטנס אויפֿן אַלטן פֿוזיסן, קוקט מיט קלוגיטשקע אויגן, און אַ שמײכל שוועבט אים אונטער די אָפּגעשוירענע וואָנצעס אויף די נאַקעטע ליפּן.

“וואָס זאָל זיך הערן?” שרײַט ער צום בלינדן פֿוזיסן, “ס’איז שלעכט, רב קלמן! ביטער אין אַזאַ לאַנגן זומער-טאָג צו זײַן אַ קבצן”.

און דער אַלטער פֿאַרלירט מיט אַ מאָל דעם האָנער; ער ווײסט נישט, וועמען מײנט יקותיאל, זיך צי אים, דעם אַלטן אָפּגעקומענעם פֿוזיסן. אַ ווײַלע ליגט ער אַזוי אַ נישטיקער און פּינטלט מיט די בלינדע נאַריש שעמעוודיקע אויגנווײַסלעכער.

“זיץ, יקותיאל”.

“אַ שײנעם דאַנק, רב קלמן”.

אַ פּויזע.

“געווען אַ מאָל יאָרן אַ? יקותיאל”.

“געווען, רב קלמן”.

“און אַוועק, יקותיאל”.

“אַוועק, רב קלמן”.

דער אַלטער פֿאַרטראַכט זיך.

“וויפֿל ביסטו אַלט, יקותיאל?”

קײנער ענטפֿערט נישט.

דער אַלטער וויל וויסן, ס’אַר אַן אויסזען האָט איצט די וועלט, וועלכע ער האָט שוין צײַט צוועלף יאָר נישט געזען; ס’אַר אַן אויסזען האָט איצט יקותיאל.

“יקותיאל,” פֿרעגט ער פֿאָרזיכטיק, ווי אײנער, וואָס טרעט אויף די שפּיץ-פֿינגער, “ביסט שוין גרוי, יקותיאל?”

נאָר יקותיאל איז שוין נישטאָ. ער האָט באַמערקט, אַז אין שטוב איז עפּעס נישט ווי אַלע מאָל, און אַז קײן טײ וועט אַזוי גיך נישט זײַן, און האָט זיך שטיל אַרויסגערוקט. און דער אַלטער פֿוזיס ליגט שוין ווידער אײנער אַליין אין היפּשן עסצימער און הערט פֿון ווײַטלעכן צימער צבֿיהס נאָגנדיק געוויין. אים איז לאַנגווײַליק, וואַרט ער:

אין דער הייסער פֿינף-אַזײַגערדיקער בײַטאָגעדיקער שעה וועלן זיך שאָטנס ציען איבערן קלײנעם ברוקירטן שטעטל. טויט וועט זײן דער היציקער דרויסן, און דער אָרטיקער בריוונטרעגער וועט דורכאײַלן דורכן שמאָלן געסל, וועט ער זיך, אפֿשר, ארײַנכאַפּן אַהער און וועט דאָ איבערלאָזן פּינקטלעך הונדערט פֿופֿציק רובל מיט אַ קופּאָן, אין וועלכן ס’וועט פּינקטלעך שטײן:

“בפֿקודת בנכם הגבֿיר שיק איך אײַך רצוף פּה” אאַז”וו.

און דאָס וועט זײַן פֿונעם אײנציקן זון שמואלן, וואָס האָט ערגעץ אַרום יעקאַטערינאָסלאַוו עטלעכע אײגענע גוראַלניעס און שיקט אַהער אַלע חודש אויף צו לעבן.

נאָר דער בריוונטרעגער קומט אַזוי זעלטן, סך-הכּל אײן מאָל אין חודש. טעג ציען זיך אַזעלכע לאַנגע, זומערדיקע, און צבֿיה ווײנט. דער אַלטער קראַצט זיך אין גרויען קאָפּ און אין דער באָרד, און שעפּטשעט בײַ יעדן לאַנגן אויסגעצויגענעם גענעץ:

“אַך טי, רבונו-של-עולם! גאָטעניו… גאָטעניו…”

2

ס’טרעפֿט:

פֿון שמואלן, דעם רײַכן זון, קוםט אָן אַ בריוו, אַז צבֿיה זאָל קומען. פֿון דער שנור איז פֿאַראַן אַ צושריפֿט:

אַצינד וועט שוין צבֿיה נישט חרטה האָבן”.

און נאָך:

“אויב ס’פֿעלט איר אַ קלײדל, זאָל עס קײן מניעה נישט זײַן”.

ס’איז קלאָר, ווי דער טאָג: ס’האַנדלט זיך וועגן אַ שידוך; דער חתן איז נישט אַבי-ווער: אויב ער געפֿעלט שמואלן מיט ברכהן, מסתּמאָ קוקט ער שוין נישט אויפֿן שײנעם פּנים, און דער עיקר איז בײַ אים דער “מענטש”, דער “גראַד”.

דער אַלטער איז אויפֿגערעגט. ליגנדיק אויף דער קאַנאַפּע, האַלט ער אין אײן פּינטלען מיט די בלינדע ווײַסלעכער און איז צופֿרידן:

“וואָס זשע דען? שמואל… מ’האָט נישט געוווּסט פֿריער, אַז ער וועט איר צוזוכן אַ חתן?”

ער גײט שיער נישט אויס, אזוי וויל ער וויסן, ווער איז דער חתן, און איבערהויפּט, דער מחותּן, דער נײַער מחותּן. כּדי דערגײן, צי אין שמואלס בריוו איז נישטאָ אַ פּאָר ווערטער וועגן דעם, האַלט ער אין אײן חנפֿענען די מײדלעך:

“כ’בעט דיך, רחלע-סערדצע, וויפֿל האָט שמואל אײגענע גוראַלניעס?”

ער וויסט, אַז שמואל איז בײַ די מײדלעך געהויכט און געקרוינט, האַלט ער דעריבער אין אײן רעדן צו זיך אַלײן:

“געווען אַ מאָל אַ חסידישער יונגערמאַן, שמואל… געפֿאָרן נאָך דער חתונה מיטן שווער קײן אויסלאַנד צום רבין. און איצט, זאָגט מען, טראָגט ער לײקענע הענטשקעס און גיט די האנט די פּריצות, מיט וועלכע ער האַנדלט. און אַ באָרד דאַרף ער האָבן אַ היפּשע, אַ שוואַרצע, אַ? רחלע, אַ יאָ, אַ שוואַרצע?”

נאָר די מײדלעך גלויבן, אַז די חכמה איז געווען די מוטער זײערע, לֵאָה לשלום, און אים, דעם בלינדן טאַטן, האַלטן זײ פֿאַר אַ נאַר. פֿון לײַטישקײט שווײַגן זײ, נאָר אַן אויסזען איז בײַ זײ אַזאַ, גלײַך זײ טראַכטן:

“משטײנס געזאָגט… פֿאַראַן וועמען צו ענטפֿערן”.

אַ פּאָר טעג איז די שטוב פֿול מיט פֿאַרבאַהאַלטענעם אויפֿגערעגטן ליאַרעם. בײַ צבֿיהן אין צימער געפֿינט זיך די גאַנצע צײַט די אָרטיקע אויפֿגעקלערטע דײַנטע, אָט די וואָס איז אַ מאָל געווען רחלס אַ חבֿרטע און האָט שוין דרײַ קינדער און איז אויפֿגעצויגן געוואָרן ערגעץ אין אַ גרויסער שטאָט בײַ אַ פֿרומער שטיפֿזײדן, אַ גבֿיר. זי נײט צבֿיהן קלײניקײטן און גיט עצות. זי טראָגט און האָט פֿלעקן אויפֿן פּנים און רעדן רעדט זי מיט אַזאַ זיכערקײט, גלײַך זי איז אַ גרויסער מומחה אין די זאַכן און ווײסט א שפּרוך, ווי צו געפֿעלן אַ חתן, זי האָט קרײטעכצער…

סוף-כּל-סוף פֿאָרט צבֿיה אַוועק. פֿון פֿאָרנט בײַ דער שטוב שטײט אַ געדונגענער בעל-עגלה מיט צבֿיהס אונטערגעבונדענעם קאָרב, און רחל שטייט דאָרטן מיט טרערן אין די קרומלעכע רחמנות-אויגן און מיט אַ פֿאַרבאָרגענעם קנאָה-ווײטיק, וועלכער וועט קײן מאָל נישט אַרויסגעזאָגט ווערן, און טאַפּט אויף דער בעל-עגלישער בריטשקע דאָס קישעלע:

“ס’וועט איר כאָטש זײַן גוט צו זיצן, צבֿיהן?”

נאָר אין פֿיר וואָכן ארום קומט צבֿיה צוריק אַן אויסגעמאָרעטע מיט אַ פֿאַרברענט פּנים, ווי פֿון אַ קוראָרט, מיט אַ שטילן נײַ צוגעקומענעם יִיאוש אין האַרצן און מיט אַ גוואַלדיקן קאָפּווײטיק פֿון דער נישט-געשלאָפֿענער נאַכט אין וואַגאָן.

בשעת זי קריכט אַראָפ פֿון דער פור, שמײכלט זיך נאָך, זי איז ווי צופֿרידן, וואָס זי איז אַהײם געקומען. אין שטוב איז אויך ווי יום-טובֿדיק. אויפֿן טיש אין עסצימער ליגט אַ פֿריש געל טישטעך, מ’טרינקט טײ. די אויפֿגעקלערטע דײַנטע איז אויך דאָ, און צבֿיה קרימט זיך, קלאָגט זיך אויף קאָפּווײטיק און אויף דער רעשדיקער חתונה, וואָס מ’האָט אַ וואך צײַט געפּראַוועט דאָרטן בײַ שמואלס רײַכן שווער אין דער הײם.

“וויי איז מיר”, קרעכט זי, “פֿיל טומל, אַז ס’טוט אַ סקריפּע די טיר, ווײַזט זיך מיר נאָך אַלץ אויס, אַז ס’שפּילן קלעזמער”.

דער אַלטער ליגט אַ דאָ בײַ דער זײַט אויף דער קאַנאַפּע און פינטלט מיט די בלינדע ווײַסלעכער.

“נו”, פֿרעגט ער, “און ווי אַזוי איז עפּעס בײַם מחותּן אין שטוב? דער מחוטן איז רײַך, אַ? אַ ברײט פֿירעכץ?…”

און וועגן דעם בריוו, וואָס שמואל האָט צוגעשיקט צוריק מיט אַ חודש, רעדט מער קײנער קײן וואָרט נישט. צבֿיה שלאָפֿט אַפּ בײַ אַנדערהאַלבן מעת-לעת בײַ זיך אין צימער, און אַז זי שטײט אויף, זשומעט איר נאָך אַלץ אין די אויערן, און בײַ יעדן סקריפּ פֿון דער טיר, ווײַזט זיך איר אויס, אַז ס’שפּילן קלעזמער, אָדער מ’פֿײַפֿט דער צוג. ס’ציען זיך שוין ווידער לאַנגע זומערדיקע טעג און אין שטוב איז קיינער נישטאָ. ס’איז קיל אין שטוב, און דער אַלטער ליגט אײנער אַלײן אויף דער קאַנאַפּע. ער קראַצט זיך פֿון גרויס לאַנגווײַליקײט אין גרויען קאָפּ און אין דער באָרד, און שעפּטשעט בײַ יעדן לאַנגן, אויסגעצויגענעם גענעץ:

“אַך טי, רבונו-של-עולם!… גאָטעניו!… טאַטעניו!…”

איצט וועט שוין אין שטוב, דאַכט זיך, מער גאָרנישט נישט פֿאָרקומען.

3

נאָר אָט מאַכט זיך:

פֿון שמואלן, דעם רײַכן זון, קומט אײן מאָל אָן אַ דעפּעש, אַז איבערמאָרגן פֿאָרט ער דורך אויף דער נאָענטער קלײנער סטאַציע, ער אײַלט קײן אויסלאַנד אויף אַ קוראָרט און בעט, מ’זאָל צופֿאָרן צום וואָקזאַל זיך זען.

ס’איז פֿאַר זון-זעצן זיך. און דער טאָג איז אַזאַ קלאָרער און געשענקטער, אַ שפּעטזומערדיקער טאָג. דער אַלטער פֿוזיס ליגט דעמאָלט אין עסצימער אויף דער קאַנאַפּע און וואַרט, מ’זאָל אים אָנטאָן די שבתדיקע קאַפּאָטע און אים אַרויספֿירן אַ ביסל אין גאַס שפּאַצירן. נישט-לאַנג איז דאָ אין שטעטל אין רײַכקײט געשטאָרבן זײַן אַמאָליקער לאַנג-יאָריקער שותּף ישֹראל קיטיווער. און דעם קיטיווערס אײניקל נאָטע-הערש בויט איצט איבער דעם זײדנס הויז און ציט אַרויס אַ נײַעם גאַניק אין מאַרק ארײַן. ליגט דער אַלטער אויף דער קאַנאַפּע און מאָלט זיך אויס, ווי ער וועט באַלד בלינדערהײט שטײן דאָרטן אין מאַרק לעבן דעם הויז, וואָס בויט זיך. אין דער שבתדיקער קאַפּאָטע וועט ער דאָרטן שטיין און וועט אָנווײַזן נאָטע-הערשן מיטן שטעקן:

“זעסטו, נאָטע-הערש. אָט דאָ, וווּ דו ציסט דעם גאַניק, איז אַ מאָל געווען, געדענק איך, אַ טיפֿע קאַנאַווע, איז כּדאַי אַ גראָב טאָן און זען, צי דער גרונט וועט אויסהאַלטן.”

און אַרום און אַרום שטײען שטאָט-לײַט און קוקן:

“וואָס זשע דען”? שמועטס מען, “קלמן פֿוזיס… אײן מאָל אין זײַן לעבן האָט ער געבויט?”

דער אַלטער גאַרט אַזש, אזוי שטאַרק ווילט זיך אים אין מאַרק אַרײַן צום קיטיווערס הויז.

“נו, רחלע-סערדצע”? פֿרעגט ער אַלע רגע, “וווּ זשע איז זי, די שבתדיקע קאַפּאָטע?” נאָר רחל ענטפֿערט נישט. אין שטוב איז עפּעס געשען, דעם דעפּעש פֿון שמואלן האָט מען אַפּנים דערלאַנגט צו די מײדלעך אין צימער דורכן פֿענצטער, און די בשורה אָנזאָנגן איז עמעצער פֿון דאָרטן געשווינט אַוועקגעלאָפֿן. איצט איז דאָ שוין ווידער פֿאַראַן די אָרטיקע אויפֿגעקלערטע דײַנטע. מײַלער רעדן אַלע אין אײנעם, און אַ יום-טובֿדיקער ליאַרעם וויקלט זיך אַרום מענטשנס לײַבער. עס דאַכט זיך: אין דער לעצטער פֿאַרייִאושטער רגע איז די שטוב אויפֿגעריכט געוואָרן פּלוצים, אומגעריכט און אויף אײביק, אויף אײביק. צי האָט נישט שמואל דעפּעש אַ שײַכות צו זײַן בריוו, אין וועלכן ער האָט אָנהייב זומער געשריבן, אַז צבֿיה זאָל קומען?… צי פֿירט ער איצט נישט מיט זיך די ישועה אַהער אין שטוב? מסתּמאָ פֿאָרט ער נישט אַלײן…”

בײַ רחלען שטײען טרערן אין די קרומלעכע רחמנות-אויגן. זי קוקט, שמײכלט און קאָן נישט רעדן. און פּלוצים טוט זי זיך אַ זעץ צו אויפֿן בענקל, וואָס אין אַ זײַט אין ווינקל און שיסט אויס מיט אַ געוויין:

“שמואל!… אַכט יאָר אים נישט געזען, שמואל!…”

און עס דאַכט זיך, אַז זי רופֿט אים, ער איז דאָ אין צווײטן חדר.

***

אויף מאָרגן אַ גאַנצן טאָג האַלטן די מײדלעך אין אײן האָרעווען און טאָן.

מ’באַקט לעקעכלעך און אַנדערע זיסע זאַכן אין וועג ארײַן.

מ’שווענקט נאָזטיכלעך, און מ’פּרעסט זיך אַליין ווײסע קאָפֿטלעך. די פֿענצטער זענען אָפֿן. דאָס דינסטמײדל איז חושד רחלען, אַז זי קרויזט זיך די האָר, און דער אַלטער ליגט אין עסצימער אויף דער קאַנאַפּע, און אים דאַכט זיך, אַז פֿון דריטן חדר, וווּ די מײדלעך שטײען בײַם טיש און טוען אַלע מאָל אַ שטעל אַוועק דאָס אָנגעהיצטע פּרעסאָל, דערהערט ער אָפֿט, ווי עמעצער טוט אַ זינג… ער פּלאַפּלט מיט יקותיאלן, דעם צעפֿלאָכטענען שמש פֿון דער סאַדעגערער קלויז:

“געווען אַ מאָל אַ חסידישער יונגערמאַן, שמואל, אַ? געפֿאָרן נאָך דער חתונה מיטן שווער קײן אויסלאַנד צום רבין… און איצט איז ער רײַך, שמואל, שטאַרק רײַך”.

אַז ער ווערט אַנטשוויגן, פּינטלט ער מיט די בלינדע אויגן און מאָלט זיך, ווי אַזוי שמואל זעט איצט אויס:

“אַ באָרד דארף ער האָבן א היפּשע, אַ שוואַרצע. ער טראָגט לײקענע הענטשקעס און גיט די האַנט די פּריצות, מיט וועלכע ער האַנדלט… שמואל!…”

ער שלאָפֿט קוים איבער די נאַכט. און אין דער פֿרי, אַז ער גײט אַרויס אין פֿאַר-כאַלאַט אין אײנעם מיט די מײדלעך צום געדונגענעם בעל-עגלישן פֿאַעטאָן, וואָס שטײט בײַ דער שטוב און וואַרט, זעצט ער זיך אַזוי גיך נישט אויף; בלינדערהײט גײט ער אַרום דעם פֿאַעטאָן, ער טאַפּט, צי ס’איז פֿאַראַן אַ לעדערן בײַדל, און אים דאַכט זיך, אַז אין שטאָן, אין ברוקירטן געסל שטײען דורכויס שטאָט-לײַט און קוקן:

“קלמן פֿוזיס פֿאָרט זיך זען מיטן זון”.

“בײַם פֿאַעטאָן”, פֿרעגט ער, “איז דאָ אַ בײַדל?… אַ? סע דאָ?”

מ’לײגט אָן גאַנצע וויאָרסטן און מ’פֿרעגט אַרום-און-אַרום מיטן ברײטן פּאָסט-וועג. מ’זיצט אין פֿאַעטאָן אויסגעפּוצט, יום-טובֿדיק אויפֿגערעגט, גלײַך מ’פֿאָרט אויף אַ חתונה, און מ’איז ברוגז אויפֿן אַלטן, אַלמאַי ער מאַכט נישט צו כאָטש אויף אַ רגע דאָס מויל. נאָר אַז מ’קומט אויפֿן קלײנעם וואָקזאַל, באַמערקט מען אָקאָרשט, אַז מ’איז אַרויסגעפֿאָרן צו פֿרי, און מ’נודעט זיך לאַנגע שעהן. שמואלס צוג איז אַ פּלאַץ-קאַרטנדיקער, אַ דראָטיק קרעפֿטיקער און אַ שנעלער. אַז ער טוט אַ לויף צו צום קלײנעם וואָקזאַלכל, גיט מען שוין מיט אַ מאָל צוויי קלינג, און דער אויסגעפּוצטער “אָבער” האָט דאָ אויף דער קלײנער סטאַנציע פֿאר קײנעם קײן דרך-ארץ נישט און שינדט די הויט, מ’זאָל געבן דעם דריטן קלונג:

“פֿאַרטיק? אַ?”

אויף דער פּלאַטפֿאָרם ווערט אַ געיאגערײַ, און פֿון מיטן טומל רײַסט זיך אַרויס אַ שטאַרקער זיכערער זאַפֿטיקער באַריטאָן:

“טאַטע! איך בין אָט דאָ! אין פֿענצטער שטײ איך!”

אין וואַגאָן-פֿענצטער שטײט אַ יונגער ברוסטיקער ייִד מיט אַ היפּשער שוואַרצער באָרד און אַ ביסל עזותדיקע, ווי מיט לאַק גלאַנצנדיקע אויגן. דאָס איז שמואל, דער רײַכער, גליקלעכער זון שמואל. ער שטרעקט אויס אַראָפּ די שלום-עליכם-האַנט, און דער אַלטער שטײט לעבן פֿענצטער אַ פֿאַרציטערטער, אַ דערשראקן פֿאַרטרײסלטער. ער פּינטלט שטאַרק מיט די בלינדע ווײַסלעכער און זוכט אָט די האַנט מיט אַלע זײַנע צען ציטעריקע פֿינגער, און די מײדלעך הײבן אים אונטער די עלנבויגנס און העלפֿן אים זי געפֿינען. אָט האָט ער זי סוף-כּל-סוף געפּאַקט, די האַנט. ער נישטערט אַרום איר מיט אַלע צען ציטעריקע פֿינגער און טאַפּט זי געשווינט אַרום און פּרוווּט זי אויס.

“ס’איז שמואלס האַנט”, פֿרעגט ער, אַ?… שמואלס האַנט?…”

נאָר דער עזותדיק אויסגעפּוצטער “אָבער” האָט זיך שוין דערשלאָגן דעם דריטן קלונג און דער צוג האָט שוין גערירט. דעם אַלטנס פֿינגער טאַפּן נאָך אַ ווײַלע אין דער לופֿט מיט אַזאַ געפֿיל, גלײַך זײ באַרירן נאָך אַלץ דעם גלאַטן סאַמעט פֿון אַ נײַער זעמשענער הענטשקע, און לאָזן זיך פּאַמעלעך אַראָפּ.

איצט וועט מען פֿאָרן אַהײם, פֿונעם צוג איז שוין סײַ-ווי-סײַ קײן זכר נישט געבליבן. ער איז פֿאַרשוווּנדן ערגעץ דאָרטן ווײַט, ווײַט אינעם עקסטן שפּעלטל פֿונעם שפּעט-זומערדיקן האָריזאָנט. מ’זעצט זיך צוריק אין פֿאַעטאָן און מ’זוכט אין בויד, מ’האָט פֿארלוירן אַ פוֿל טישטעכל מיט פֿרישע ווײַסינקע צוקער-לעקעכלעך. נאָר נאָך וואָס האָט מען זײ, אײגנטלעך, אַהער געפֿירט, אָט די צוקער-לעקעכלעך?

מ’שווײַגט. דעם בעל-עגלהס פֿערד זענען מיד. קוים-קוים וואָס זײ טרײסלען זיך. און די גלעקער אויף זײערע העלזער, קוים-קוים וואָס זײ קלינגען. נאָר אויף אָט דער שוואַכער מידער גלעקער-קלאַנג רעגט אויף צבֿיהס נערוון און ברענגט זי אַרײַן אין כּעס:

“רבונו-של-עולם, זי וועט פֿון אָט די גלעקער משוגע ווערן”.

אין אַ ברײטן שיפּועדיקן טאָל מוז זיך דער בעל-עגלה אָפּשטעלן און סוף-כּל-סוף די גלעקער אַראָפּנעמען. לינקס, איבער אַ ווײַטן וואַלד אַ קאַרליק, האַלט די פֿאַרגרעסטע זון בײַ זעצן זיך; זי האָט אַרום זיך אַ פֿליסיק טײכל, אַ געלס און זויבערס, ווי לויטערער בורשטין און אַ פּאס אַ ראָזער און אַ קורצער ציט זיך אויס בײַם האָריזאָנט און נאָגט צו איר פֿון ווײַטנס. נאָר דאָרטן דאַכט זיך, אַז זי וועט זיך קײן מאָל נישט זעצן, אָט די זון, וועט אַזוי בלײַבן הענגען, ווי אַ מאָל אין די צײַטן פֿון אַלטן גבֿעון.

דעם אַלטן האָט מען שוין אָפּגעטאָן זײַנס. מ’האָט אויף אים אָנגעשריגן, אַלמאַי ער רעדט, און ער איז אַנטשוויגן געוואָרן. ער האָט נאָר אַ פּינטל געטאָן מיט די בלינדע ווײַסלעכער און האָט געגעבן אַ שמײכל צו זיך אין דער באָרד אַרײַן:

“פּכע!… אַז זײ האַלטן אים פֿאַר אַ נאַר, די מײדלעך זײַנע”.

מ’טרײסלט זיך אַהײם פּאַמעלעך, אָן גלעקער; מ’וויל שוין וואָס גיכער אַהײם קומען און מ’שווײַגט.

איצט וועט שוין געוויס קײן שום נײַעס אין אַלטן אָפּגעקומענעם הויז מער נישט פֿאָרקומען. איבער אַ יער זומער, אַז דאָרטן וועלן באַנײַעס אַ קאָן אָנהײבן שוויצן די גראָבע געמויערטע ווענט, וועט זיך צבֿיה ווידער אַרומדרייען אין אונטערשטן קליידל און וועט פֿאַרעקשנטערהײט רוימען אין אַלע חדרים, זי וועט נישט עסן, נישט טרינקען און וועט זיך סוף-כּל-סוף אַרײַנוואַרפֿן בײַ זיך אין צימער אין בעט מיט אַ געווײן. און דער אַלטער פֿוזיס וועט דעמאָלט ווידער אַ מאָל ליגן אין קילן עסצימער אויף דער קאַנאַפּע און וועט פּינטלען מיט די פֿאַרשמאָלטע בלינדע ווײסלעכער. ער וועט נישט וועלן, אַז יקותיאל דער שמש זאָל זיך אָנשטויסן, וואָס סע באַטײַט צבֿיהס געוויין, וועט ער פֿאַרפֿירן מיט אים אַ שמועס:

“געווען אַ מאָל יאָרן, אַ? יקותיאל”.

“געווען, רב קלמן”.

“און אַוועק, יקותיאל, אַ? אַוועק, ווי אַ שאָטן”.

“נעכטיקע טעג, רב קלמן”.

 

mifal pais logo

Get great reads straight to your inbox

Granito decided to shift the business model from wholesale distribution to direct-to customer. Until early 2017, each 45 minutes, plating protects from corrosion. Geneva stripes are sometimes said to help rap dust away from the moving parts of the movement. fake watches The traditional heating of steel screws changes their colour to a deep royal blue while also hardening them. In any case, beveling and polishing) is of course done by hand. All wheels of the gear train are in rose gold. The single main spring provides 65 hours of autonomy.

© The Short Story Project 2024

Made with ☕ and 🚬 by Oddity

Search:

Short Stories
Straight to Your Inbox

Oops, this is a personal area feature.
The personal area is only available to subscribed users. Sign up now for free to enjoy all the personal area features.